חשיבותו של קעמפ חסידי


קטע מהתוועדות י"ב תמוז תשכ"ד

וואָס מ'האָט דעם קינד די גאנצע פיר און צוואַנציק שעה, אין דער זעלבע סביבה און אין דער זעלבע השפעה. ער הערט דעם זעלבען נוסח און דער זעלבע שטאַרקייט, אז ער דאַרף זיין שטאַרק אין אמונה און אין תורה און מצוות, סיי אינדערפרי און סיי בייטאָג און סיי ביינאַכט ובכל משך המעת-לעת.

וואָס דאָס איז דאָך וואָס איז "אין רע בלי טוב", האָט דעם עניין וואָס מ'פאָרט אַוועק פון די ישיבות, האָט אין זיך אָט דעם צד הטוב, זיי מען זאָל נאָר אויסנוצן במילואו; און דאָס איז אז מען קאָן דעם קינד שיקן דווקא אין אַזאַ מען קעמפ וואָס ער איז אַ קעמפ ראוי לשמו זאָל זיין אַז די וואָס זיינען דאַרטן זאָל זיין ניכר אַז זיי זיינען "זרע ברך הוי'" צי דאָס איז אינגעלאך אָדער מיידעלאך, אַזוי אַז דער זומער זאָל אויסגענוצט ווערן, פאַר אמת'ע התחזקות אין יידישקייט, און אין תורה ומצוות.

וואָס דאָס הוייבט זיך אָן אין די תקופה וואָס מ'קאַן דאָס אויסנוצן כאמור לעיל דווקא אין צד קדושה, ווי על-דרך וואָס מ'זאָגט אַז אַ בעל תשובה קאָן נאָך מערער אויפטאָן ווי אַ צדיק גמור, קאָנען אויפטאָן אין די צייט ווען ער איז ניט אין ישיבה אויב מ'שטעלט עם נאָר אַריין אין אַ קעמפ הראוי לשמו נאָך מערער ווי גיט עם די צייט ווען ער איז אין ישיבה.

און ווי מ'האט זיך שוין געזען אין פועל אין די פריערדיקע יאָרן, אז די וואָס האָבן באַשטאנען אויף דעם אַז זייערע קינדער זאָלן גיין דווקא אין אַזאַ מען קעמפ, וואָס יידישקייט זומער איז נאך שטאַרקער ווי די יידישקייט וינטער ביי עם אין דער היים, האָבן דערנאָך געהאַט אמת'ע נחת פון די קינדער ווען זיי זיינען צוריק געקומען פון קעמפ אַ היים נחת ניט נאָר ברוחניות נאָר אויכעט בגשמיות וואָס כאמור לעיל ביי אידען גייט גשמיות צוזאַמען מיט רוחניות.

 

קטע מהתוועדות י"ב תמוז תשכ"ד / תרגום חופשי

כיוון שהילד נמצא במשך עשרים וארבע שעות, באותה הסביבה ובאותה ההשפעה, הוא שומע את אותו הנוסח ומרגיש את אותו התוקף, שצריך להיות באמונה ובתורה ובמצוות, הן בבוקר הן במשך היום והן בלילה ובכל משך המעת-לעת.

שזהו מה ש"אין רע בלי טוב", אותו עניין מה שיוצאים מהישיבות (בזמן הקיץ), יש בו את הצד הטוב, [שרק ינצלו אותו במילואו]; וזהו מה שיכולים לשלוח את הילד דווקא לכזה סוג קעמפ שהוא קעמפ ראוי לשמו, (זאת אומרת) שאלו הנמצאים שם ניכר עליהם שהם "זרע ברך הוי'" אם זה ילדים או ילדות, כך שהקיץ ינוצל, להתחזקות אמיתית ביהדות, ובתורה ומצוות.

וכל זה מתחיל בתקופה זו, אותה ניתן לנצל כאמור לעיל דווקא בצד הקדושה, כמו על-דרך מה שאומרים שבעל תשובה יכול לפעול הרבה יותר מצדיק גמור, כמו-כן ניתן לפעול בזמן זה – בו לא נמצאים בישיבה, אם רק שולחים את הילד לקעמפ הראוי לשמו, הרבה יותר ממה שפועלים בזמן בו נמצאים בישיבה

וכפי שכבר ראו בפועל בשנים קודמות, שאותם אלו שעמדו על-כך שילדיהם ילכו דווקא לכזה מין קעמפ, שהיהדות בקיץ חזקה עוד יותר (אצלם) מכפי שהיהדות היא אצלם בחורף בבית, היה להם לאחר-מכן נחת אמיתי מהילדים, בעת שהם שבו מהקעמפ הביתה, נחת לא רק ברוחניות אלא גם בגשמיות שכאמור לעיל אצל יהודים הולכת גשמיות ביחד עם רוחניות.

 


לדף הראשי | לראש העמוד

© כל הזכויות שמורות לקעמפ גן ישראל - ארץ הקודש שע"י אגודת קרית חב"ד, בעיה"ק צפת ת"ו
לשליחת מכתב להנהלת הקעמפ, לחצו כאן | או באימייל camp@ganisrael.co.il